Family Legal Care will be closed on June 19th, re-opening on June 20th.
escape Click the X/Escape button at any time to leave familylegalcare.org immediately. You will be redirected to google.com.

אנקאנטעסטעד דיווארס יסודות

די דאזיקע בראשור איז א גאייד וואס איז געשריבן פאר פרויען אין דער פרומער קהילה. אבער די אינפארמאציע זענען שייך צו ביידע, מענער און פרויען. דער גאייד ענטפערט פראגעס וועלכע מעגליך דו האסט וועגן דער אנקאנטעסטעד ציוויל דיווארס פראצעס. עס איז וויכטיג צו וויסן אז דער פראצעס פאר א קאנטעסטעד דיווארס איז זייער אנדרעש. די דאזיקע אינפארמאציע זענען חל אין אלע קאונטיס פון ניו יארק.

איך וויל א דיווארס. וויאזוי קען איך עס באקומען?

בכלל, א אידישע מאן-און-פרוי וואס האבן חתונה געהאט, סיי א אידישע חתונה און סיי א ציווילע חתונה, מוזן אדורך גיין מיט א דיווארס פראצעס: סיי א גט אין בית דין און סיי ציוויל דיווארס אין קאורט. א גט מיינט אז דו ביסט א געגטר לויט הלכה. א ציוויל דיווארס מיינט אז דו ביסט א געגטער לויט דעם געזעץ פון דיין סטעיט.

לויט הלכה, די זיווגשאפט צווישן מאן און-ווייב ענדיקט זיך ווען דער מאן געבט זיין ווייב א גט און זיין ווייב איז דאס מקבל, נעמט אן דער גט. א גט איז א שטר (דאקומענט) וואס פארענדיקט אפיציעל דער מצב פון זיין א חתונה געהאטע, לויט הלכה. מוזטו אדורכגיין א ספעציעלע צערעמאניע כדי צו באקומען א גט. פאר מער אינפארמאציע וועגן דעם גט פראצעס, זעט דעם בראשור פון Family Legal Care “דער גט פראצעס” (Jewish Divorce Basics).

וויאזוי קען איך באקומען א ציוויל דיווארס אין ניו יארק סיטי?

דער פראצעס פון א ציוויל דיווארס איז זייער אנדרעש פון דער הלכישע פראצעס. אין ניו יארק, זענען פאראן צוויי סארטן דיווארס: קאנטעסטעד (contested) און אנקאנטעסטעד (uncontested). א דיווארס הייסט קאנטעסטעד אין פאל אז דו און דיין מאן זענען נישט מסכים מיט לכל הפחות איינע פון די איינצעלהייטן. ווי צום ביישפיל מיטן קאסטעדי און מיטן צעטיילן די פארמעגן. דער פראצעס פון קאנטעסטעד דיווארס איז מער קאמפליצירט. עס נעמט אויך א סאך לענגער. די דאזיגע בראשור וועט דעקן די יסודות וויאזוי צו באקומען אן אנקאנטעסטעד דיווארס אין ניו יארק.

וואס איז אן אנקאנטעסטעד דיווארס?

אן אנקאנטעסטעד דיווארס מיינט אז:

  • דו און דיין מאן זענען מסכים וועגן יעדער איינצעלהייט וואס אנבאלאנגט דעם דיווארס, אריינגערעכענט וואס וועט בלייבן מיט די קינדער, פינאנצען, אלימאני (מזונות), און פארמעגן נאכן דיווארס; אדער
  • מען האט געהעריק געסערווד (געגעבן) דיין מאן די דיווארס פעיפערס אבער ער האט זיך נישט באטייליקט אין דעם פראצעס.

דו קענסט נאך אלץ באקומען א ציוויל דיווארס אפילו אז דיין מאן וויל עס נישט. אבער, אויב דו און דיין מאן זענען נישט מסכים אויף איינע פון די איינצעלהייטן, דער דיווארס הייסט קאנטעסטעד (קעגנגעשטעלט). עס זענען פאראן באזונדערע פעיפערס וואס דו דארפסט אויספילן. מעגליך אז דו וועסט וועלן זיך מיישב זיין מיט אן עטאירני אויב דו גייסט אדורך א קאנטעסטעד דיווארס.

וואו קען איך איינגעבן פאר ציוויל דיווארס?

אין ניו יארק, מוזטו איינגעבן א ציוויל דיווארס אין סופרים קאורט. דו קענסט נישט באקומען א דיווארס אין פעמילי קאורט. זאלסט איינגעבן א דיווארס דארט וואו דו אדער דיין מאן וואוינען.

וועלכע פארמס דארף איך האבן כדי צו איינגעבן פאר אן אנקאנטעסטעד דיווארס?

ווען דו גייסט צו דעם סופרים קאורט אנצופאנגן דיין קעיס, דער קלערק וועט דיר געבן אן אנקאנטעסטעד דיווארס פאקעט. דער פאקעט האט פארמס און אינצטראקציעס. קענסט זיך אויך באנוצן מיטן אנליין ״דו איט יאורסעלף״ (DIY Do-It-Yourself) ,אנקאנטעסטעד דיווארס פראגראם, אויב:

  • דיין זיווגשאפט מצב האט זיך שוין פארענדיקט מיט לכל הפחות זעקס חדשים צוריק, און
  • דו האסט נישט קיין קינדער יינגער ווי 12

באזוך דעם וועבזייטל פון ניו יארק סטעיט קאורטס צו זיך מער באקענען מיט דעם DIY פראגראם. אויב דו האסט קינדער יינגער ווי 21 ,מוזטו זיך נוצן מיטן פאפירנעם פאקעט. דו קענסט אפנעמען דעם פאקעט ביי דעם סופרים קאורט.

וויפל קאסט צו באקומען אן אנקאנטעסטעד דיווארס?

אן אנקאנטעסטעד דיווארס געווענטליך קאסט לכל הפחות 335 $ דאלער. דאס איז אריינגערעכענט די 210 $ דאלער אפצאל פאר אן אינדעקס נומער, כדי צו אנפאנגען דיין קעיס, און די 125 $אפצאל צו באשטימען א דאטע פאר דיין קעיס. דער סך הכל פון דעם קאסטן קען זיין מער אויב דו פלאנירסט צו נעמען אן עטאירני.

וואס קען איך טוהן אויב איך קען נישט אפארדערין דאס קאסטען פארן קאורט?

דו קענסט בעטן דעם אפיס פון דעם קאונטי קלערק צו מוותר זיין אדער בטל מאכן די אפצאלן. טייל פון די קאורטס באציען זיך צו דעם ּ אלס הילף פאר ארימע מענטשן. כדי צו בעטן פאר א וויתור פאר דיין אפצאל, דו מוזט אויספילן אן אפליקאציע וועגן דיין פינאניציאלע שוועריקייטן. דער אפליקאציע איז א טייל פון דעם אנקאנטעסטעד דיווארס פאקעט.

וואס זענען די מיטלען צו באקומען אן אנקאנטעסטעד דיווארס?

בכלל, עס זענען פאראן פינף מיטלען כדי צו באקומען אן אנקאנטעסטעד דיווארס:

  • איינגעבען (Filing): ערשטנס, דו מוזט קויפן אן אינדעקס נומער פון דעם אפיס פון דעם קאונטי קלערק ביי דער סופרים קאורט און איינגעבען דיין איניציאלע פעיפערס. דער אינדעקס נומער איז גענוצט כדי צו אידענטיפירן דיין קעיס. דו ביסט יעצט אנארקענט אלס א פליינטיף (plaintiff) .(דער פליינטיף איז דער תובע וואס פאנגט אן א קאורט קעיס.
  • סערווין דעם דיפענדענט (Serving the Defendant) :(דיין מאן מוזט ווערן געסערווד תוך 120 טעג. סערווין מיינט אז דער קאורט געבט דיין מאן די דיווארס פעיפערס. דיין מאן הייסט דער דיפענדענט (defendant) .(דער דיפענדינט איז דער נתבע אנטקעגן וועמען א קעיס האט זיך אנגעפאנגען.
  • ווארטן פארן ענטפער פון דעם דיפענדענט: דער דיפענדענט האט 20 טעג צו ענטפערן, אויב ער איז געסערווד געווארן אין ניו יארק, אדער 30 טעג אויב ער איז געסערווד געווארן אין אנדערע סטעיטס. עס זענען פאראן פארשידענע וועגן א דיפענדענט קען ענטפערן. אדער, ער האט א מעגליכקייט צו בכלל נישט ענטפערן. זעט זייט 4 פאר אינפארמאציע וועגן די פארשידענע וועגן וויאזוי א דיפענדענט קען ענטפערן. געוואנדן אויפן ענטפער, קענסטו אנגיין מיט מיטל 4
  • אויספילן די לעצטע פעיפערס: דו מוזט אויספילן די איבערקיע פארמס און עס איינגעבן אין דער אפיס פון דעם קאונטי קלערק. דאן וועט מען שיקן דיין קעיס צום דזשאדזש צו איבערקוקן.
  • ווארטן פארן דזשאדזשמענט: דו מוזט ווארטן פאר דעם דזשאדזש צו איבערקוקן דיין קעיס. דער דזשאדזש האט דעם כוח צו מחליט זיין צו באשטעטיגן די תנאים פון דיין גט אדער נישט. אויב דער דזשאדזש באשטעטיגט, וועט ער חתמה׳נען א דאקומענט וואס הייסט דשאדשמענט אף דיווארס (judgment of divorce). דער קאורט וועט דיר לאזן וויסן ווען דעם דזשאדזשמענט איז גרייט צו אפנעמען. דו מוזט איינגעבן דעם דזשאדזשמענט אין אפיס פון דעם קאונטי קלערק. דו מוזט אויך סערווען דעם דיפענדענט מיט א קאפי פון דעם דזשאדזשמענט און א נאטיץ אף ענטרי (Notice of Entry).נאטיץ אף ענטרי איז א רעקארד פונעם איינגעבן דיין דזשאדזשמענט אף דיווארס.

צי איז דא א געוויסע סדר מיט וועלכע איך מוז איינגעבען די דיווארס פעיפערס?

יא. אויב די פייפערס זענען נישט אויסגעפילט אין דער ריכטיקן סדר, דער קאורט קען זיי פסלן. דער סדר קען זיך טוישן געוואנדן אויף דעם קאונטי. פרעג זיך נאך ביי דעם אפיס פון דעם קאונטי קלערק פאר מער אינפארמאציע.

ואס זענען די פאדערונגען כדי צו באקומען א דיווארס אין ניו יארק?

דו מוזט זיך נאכקומען די פאלגענדע פאדערונגען:

  • רעזידענס (Residency),וואוינונג: דו און/אדער דיין מאן האבן געוואוינט אין ניו יארק פאר א געוויסע תקופה, געווענטליך 30 טעג.
  • גראונדס (Grounds) גרונדן: ווי דעפינירט ווייטער, דו האסט א לעגאלע סיבה צו זיך גטן. אין ניו יארק, דער געווענטליכע סיבה איז אז די זיווגשאפט איז צעפאלן און עס קען זיך נישט צונויפשטעלן.

וואס זענען די פאדערונגען מיט וואוינונג?

דו מוזט זיין א רעזידנעט (תושב) פון ניו יארק סיטי כדי צו באקומען דא א דיווארס. די תנאים פון זיין א רעזידענט זענען איינע פון די פינף:

  • דו אדער דיין מאן וואוינט שוין אין ניו יארק פאר לכל הפחות צוויי יאר בשעתן איינגעבן א דיווארס.
  • דו און דיין מאן האבן חתונה געהאט אין ניו יארק, און לכל הפחות איינע פון אייך האט געוואוינט אין ניו יארק פאר איין יאר אדער מער איידער איינגעבן א דיווארס.
  • דו און דיין מאן האבן געוואוינט אין ניו יארק צוזאמען אלס א חתונה-געהאטע-פארפאלק פאר א געוויסע צייט, און איינע פון אייך וואוינט שוין אין ניו יארק פאר א יאר אדער מער איידער איינגעבן א דיווארס.
  • דו אדער דיין מען וואוינט שוין אין ניו יארק פאר איין יאר אדער מער איידער איינגעבן א דיווארס, און דער סיבה פארן דיווארס האט פאסירט אין ניו יארק.
  • דער סיבה פארן דיווארס האט פאסירט אין ניו יארק, און סיי דו און סיי דיין מאן וואוינען אין ניו יארק בשעתן איינגעבן א דיווארס.

וואס זענען די גראונדס פאר דיווארס אין ניו יארק?

כדי צו זיך באקומען א דיווארס אין ניו יארק, מוזטו האבן א גראונד (ground). א גראונד איז לעגאלע סיבה. דו און דיין מאן מוזן מסכים זיין אויף דער סיבה פון דעם דיווארס, כדי אז דער דיווארס זאל זיין אנקאנטעסטעד. ווייטער איז א רשימה פון די סיבות (גראונדס) פאר גטן זיך.

  • אירעטריוועבל ברעיקדאון (Irretrievable Breakdown) :(דיין זיווגשאפט איז שוין צעפאלען פאר לכל הפחות זעקס חדשים און עס איז אומעגליך צו זיך צוריק צונויפשטעלן. דאס איז באקאנט אלס א נאו פאלט דיווארס (fno-fault divorce). א נאו פאלט דיווארס מיינט אז קיינער איז נישט שולדיגט. דאס איז דער סיבה פון מערעסטע דיווארסן.

עס זענען אויך פאראן פאלט דיווארס סיבות (fault-based grounds). פאלט דיווארס מיינט אז איינער, דער מאן אדער די פרוי, קען באצייגן אז דער צווייטער איז שולדיק פאר ענדיקן דער זיווגשאפט. סיבות פון פאלט דיווארס זענען כמעט נישט גענוצט. זיי זענען כולל:

  • סעפעריישין עגרימענט (Separation Agreement), צעשיידונג אפמאך: דו און דיין מאן לעבן שוין באזונדער פאר לכל הפחות א יאר צייט. דו האסט אויך א צעשיידונג אפמאך בכתב וועלכער דו ביסט מקיים.
  • ליגעל סעפעריישין (Legal Separation), לעגאלע צעשיידונג: דו און דיין מאן לעבן שוין באזונדער פאר לכל הפחות א יאר. דו האסט אויך א דזשאדזשמענט אף סעפעריישין (judgment of separation). א דזשאדזשמענט אף סעפעריישין איז א פסק פון קאורט וואס דערקלערט אז דו ביסט צעשייד לויטן געזעץ.
  • קרועל און אינהיומען טריטמענט (Cruel and Inhuman Treatment) אכזריותדיק און אונמענשליך אויפירונג: דיין מאן האט זיך אויפגעפירט אכזריותדיק קעגן אייך. אכזריותדיק קען זיין פיזיש, עמאציאנעל, סעקסואל, אדער מיט ווערטער. עס איז נישט גענוג אז דו קענסט זיך נישט אויסקומען מיט אים. דו מוזט באווייזן אז דיין פיזישע אדער
  • עבענדאמענט (Abandonment), פערלאזונג: דיין מאן האט דיר פערלאזט פאר לכל הפחות א יאר. צום בייישפיל, ער איז אוועק פון דער היים און האט נישט אין זינען צו צוריק קומען..

צי איז דא א חילוק וועלכער סיבה איך קלייב אויס פאר גטן זיך?

געווענטליך, ניין. אבער, אפטמאל איז שווערע צו באצייגן א גראונד פון א פאלט דיווארס. דו און דיין מאן דארפן אויך מסכים זיין מיט דער סיבה (גראונד) כדי צו באקומען אן אנקאנטעסטעד דיווארס. דערפאר טאקע מערסטע קלייבן אויס א נאו פאלט דיווארס. נאך מער, עס זענען פאראן גראונדס וועלכע קענען האבן אומגעוואונטשענע קאנסעקווענצן אויפן צווייטענס אימיגריישין סטאטוס. מעגליך אז דו וועסט וועלן זיך מיישב זיין מיט אן עטאירני איידער דו פאנגסט זיך אן מיטן דיווארס פראצעס.

וואס זענען די פארשידענע וועגן מיט וועלכע מיין מאן קען ענטפערן ווען ער ווערט געסערווד?

דיין מאן קען ענטפערן מיט אן אפידייוויט אף דיפענדענט (Affidavit of Defendant). אן אפידייוויט איז א געשוואוירנענע באשטעטיגונג וואס איז געשריבן און געחתמעט. אויב דיין מאן ענטפערט מיט אן אפידייוויט אף דיפענדענט, דער דיווארס איז נאך אלץ אנקאנטעסטעד. דו קענסט גלייך איינגעבן די איבעריקע פעיפערס. דיין מאן קען אויך ענטפערן מיט א נאטיץ אף עפירענס (Notice of Appearance). דאס מיינט אז ער איז נישט מסכים מיט דיר אין שייכות מיט די זעלבע ענינים פון דעם דיווארס. דער דיווארס איז יעצט גערעכנט אלץ קאנטעסטעד.

צי קען איך נאך אלץ באקומען א דיווארס אויב מיין מאן ענטפערט נישט?

א. דו קענסט נאך אלץ באקומען א ציוויל דיווארס אויב דיין מאן ענטפערט נישט. דאס איז אנדרעש פון דעם אידישן גט פראצעס. דער אידישער גט פראצעס פאדערט אז ביידע פון אייך מוזן זיך איינטייל נעמען. אין ציוויל דיווארס, ווי נאר דיין מאן איז געווארן געסערווד מיט די דעווארס פעיפערס, האט ער א באגרענציטע שטיק צייט צו ענטפערן. אויב ער ענטפערט נישט, מוזטו ווארטן 40 טעג זינט דעם טאג וואס ער איז געסערווד געווארן. דאן, קענסטו איינגעבן דיינע איבעריקע פעיפערס.

דער דזשאדזש קען ארויסגעבן א דיפאולט דזשאדזשמענט (default judgment). א דיפאולט דזשאדזשמענט איז א פסק וואס ווערט געמאכט טאמער איינער באווייזט זיך נישט אין קאורט נאך דעם וואס ער איז געהעריק געווארן געסערווד. פאר מער אינפארמאציע וועגן סערווין זעט דעם בראשור פון “Serving Court Papers Family Legal Care”.

צי דארף איך ערשט גיין צו פעמילי קאורט איידער איינגעבן א ציוויל דיווארס?

לאוו דווקא. דו קענסט גלייך גיין צו דעם סופרים קאורט צו איינגעבן א דיווארס. כל זמן אז דו האסט אן אפמאך אדער א פסק פון בית דין וועגן די איינצעלהייטן וואס אנבאלאנגט דיין דיווארס, קען דער דיווארס זיין אנקאנטעסטעד. אויב דו האסט נישט קיין אפמאך אדער א פסק פון בית דין, דארפסטו איינגעבן א קאנטעסטעד דיווארס. אדער, דו קענסט פריער גיין צום פעמילי קאורט. פעמילי קאורט קענען ארויסגעבן ארדערס וועגן קאסטעדי, וויזיטיישין, און טשיילד סאפאורט, איידער איינגעבן א דיווארס. די ארדערס פון פעמילי קאורט קען דערנאך ווערן אינקארפאורייטיד (incorporated) אין דיין דיווארס. אינקארפאורייטין מיינט נכלל ווערן.

טייל מענטשן ווילן בעסער פריער גיין צו א פעמילי קאורט. איין סיבה איז דערפאר וואס דער סופרים קאורט קענען זיין מער באוויליגט צו אנעמען דיין אפמאך וועגן קאסטעדי און וויזיטיישין אויב דער פעמילי קאורט האט דאס געפסקנט. אנדערע סיבות זענען:

  • פעמילי קאורט מאנט נישט קיין אפצאל פארן איינגעבן.
  • די פארמס אין פעמילי קאורט זענען קירצער און גרינגער צו אויספילן.
  • פעמילי קאורט זענען נוטה צו פראצעסירן קעיסיס שנעלער ווי די סופרים קאורט.
  • דער פעמילי קאורט קען ממנה זיין, אדער באשטימען, אן עטאירני פאר דיין קינד אומזיסט. דער עטאירני הייסט אן עטאירני פאור דא טשיילד (attorney for the child), ּאדער לאוגארדיען (guardian law ,(געזעצלעכע אפיטרופס. דער עטאירני פאר דאס קינד איז באשטימט צו באשיצן די אינטערסן פון דיין קינד. אין סופרים קאורט וועסטו אפשר דארפן צאלן פאר דעם עטאירני. עס קען זיין טייער.

קען איך אנפאנגען קעיסיס אין ביידע, סיי אין דער פעמילי קאורט און סיי אין דער סופרים קאורט?

ניין. געווענטליך, קענסט נישט האבן קעיסיס אפן אין ביידע, סיי דער פעמילי קאורט און סיי אין דער סופרים קאורט, פאר די זעלבע איינצעלהייטן. אויב דו פאנגסט אן א קעיס אין דער פעמעלי קאורט, וועסטו אפשר וועלן ווארטן ביז דער קעיס וועט זיך ענדיקן איידער איינגעבן א דיווארס. טאמער נישט, קען דיין קעיס אין דער פעמילי קאורט ווערן אריבערגעפירט צו דעם סופרים קאורט. דאס קען אויך הייסן אז דיין דיווארס איז שוין מער נישט גערעכנט ווי אנקאנטעסטעד.

צי דארפן מיר האבן א געשריבענע סעפעריישין עגרימענט איידער איינגעבן א דיווארס?

ניין. אויב דו האסט נישט אן עגרימענט בכתב, דארפסטו אויספילן דער חלק פון דער דיווארס פארמס וואס הייסט אנסולערי רעליף (ancillary relief). אנסולערי רעליף מיינט אז דו בעסט פאר אנדערע זאכן חוץ פון דעם דיווארס גופא. דאס איז אריינגערעכענט דעם צעטיילן פון אסעטס (assets) און חובות, קאסטעדי, וויזיטיישין, און סאפאורט. אן אסעט אין א דיווארס איז עטואס עפעס וואס האט ווערדע. א ביישפיל פון אסעטס זענען די געלט אין דיין באנק אקאונט און פארמעגן וואס דו פארמאגסט.

נאך דעם וואס דו ביזט שוין מסכים וועגן געוויסע איינצעלהייטן, קענסטו נישט טוישן דיין דעה. ווי צום ביישפיל, אויב דו ווילסט אלימאני, מוזטו בעטן פאר דעם אלס א טייל פון דיין דיווארס. דו קענסט נישט מוותר זיין (waive) דיין רעכטס פאר אלימאני און דערנאך שפעטר בעטן פאר עס.

צי דארף מען האבן א גט?

געווענטליך, דער וואס וועט איינגעבן א ציוויל דיווארס מוז פטור ווערן פון סיי וועלכע מניעה צו קענען נאך א מאל חתונה האבן (barrier to remarriage). א מניעה איז עטוואס א זאך וואס שטערט דיר פון צו נאך אמאל חתונה האבן לויט דיין רעליגיע. דו וועסט אפשר וועלן דורך ריידן דעם ענין פון מניעות פון צו חתונה האבן מיט דיין עטאירני. אויב דו האסט נישט קיין עטאירני, זעט דעם בראשור פון Family Legal Care ״דער גט פראצעס״ (Jewish Divorce Basics) (פאר רעסארסן וואס קען דיר מעגליך העלפן.

אן א גט, ביזטו נאך אלץ גערעכנט אלס א חתונה געהאטע לויט הלכה. דאס איז אמת אפילו אין פאל אז איר זענט שוין צעשייד פאר א ּ תקופה. איששוס (פראבלעמן) קענען זיין:

  • דו קענסט נישט חתונה האבן נאך אמאל אין דער אידישע קהילה.
  • קינדער וואס דו וועסט האבן אין דער צוקונפט וועלן זיין ממזרים, וואס האט קאנסעקווענצן אין הלכה, און
  • אין א סאך קהילות, אנצופאנגען א נייע אינטימשע באציאונג איז א הארבע עבירה.

וויאזוי וועט דער קאורט וויסן אויב איך האב א גט?

דו מוזט איינגעבן א דאקומענט אין קאורט וואס הייסט Sworn סוואורן (Statement of Removal of Barriers to Remarriage) ּ סטעיטמענט אף רימאווועל אף באריערס טו רימארידזש. דער דאקומענט לאזט דעם דזשאדזש וויסן אז דו האסט ערפילט אלע נויטיקע מיטלען צו באקומען א גט. דער דאקומענט מוז זיין געחתמעט און נאטאריזירט.

וואו קענען מיר גיין צו פרובירן לעזן ענינים אין שייכות מיט אונזער דיווארס?

דו קענסט זיך פארמיידן פון דער קאנטעסטעד דיווארס פראצעס אויב דו ברנעגסט א לעזונג צו די ענינים אין שייכות מיט דיין דיווארס. אויב דו און דיין מאן קענען זיך אליין נישט דערגרייכן אן אפמאך, האסטו מעגליכקייטן:

  • בית דין: דער בית דין קען באשטעלן א דין תורה. א דין תורה איז א פארמאלע ארבעטריישין (arbitration) פראצעדורע. ארביטריישין מיינט א פראצעס וואס ברענגט א לעזונג צו א סכסוך. דער בית דין קען דיר העלפן צו פרובירן צו דערגרייכן אן אפמאך וועגן צעטיילן די פארמעגן, פינאנציאלע איינצעלהייטן, און קאסטעדי און וויזיטיישין. אויב דו קענסט נישט קומען צו קיין אפמאך, דער בית דין וועט מחליט זיין פאר דיר. געווענטליך, די החלטות פון דעם בית דין זענען מחייב לעגאליש. פאר מער אינפארמאציע, זעט בראשור פון Family Legal Care ״דער גט פראצעס״ (Jewish Divorce Basics).
  • מידיאיישין (mediation): מידיאיישין איז ווען איינער וואס הייסט א מידיאייטער פרובירט צו העלפן מענטשן מיטן לעזן א סכסכוך. אויב דו דערגרייכסט אן אפמאך אין מידיאיישין, דער מידיאייטער קען פארשרייבן דעם אפמאך בכתב. דער אפמאך איז נישט מחייב, אבער דו קענסט בעטן דעם קאורט צו דאס מחייב מאכן דורך עס איינרעכענן מיט דעם דיווארס. דו מוזט מצרף זיין א קאפי פון דעם אפמאך מיט דיין דיווארס פעיפערס. מידיאיישין איז נישט רעקאמענדירט אין פאל אז עס איז דא א היסטאריע פון געוואלד מעשים קעגן די אייגענע אין משפחה (domestic violence).
  • פעמילי קאורט (family court): פעמילי קאורט קען מאכן החלטות וועגן פעטערניטי (פאטערשאפט), קאסטעדי, וויזיטיישין, טשיילד סאפאורט, און ספאוזעל סאפאורט (שטיצע פאר דעם זיווג). בשעתן איינגעבן א דיווארס אין סופרים קאורט, קענסטו בעטן סיי וועלכער פון די פעמילי קאורט ארדערס זאלן נכלל ווערן אין דער דיווארס. דו מוזט מצרף זיין קאפיס פון די ארדערס פון דעם פעמילי קאורט מיט דיין דיווארס פארמס

צי דארף מען זען א דזשאדזש אויב מיר זענען מסכים אויף אלץ?

לאוו דווקא. אויב עס איז נישטא קיין פראבלעמן מיט דיין דאקומענטס, איז מעגליך אז דו וועסט קיינמאל נישט דארפן גיין צו קאורט און זען א דזשאדזש. אבער, דער דזשאדזש קען פאדערן אן אויסהער אפילו אויב דו ביסט מסכים אויף אלץ. דאס איז אמת ספעציעל אין פאל אז עס איז געווען געוואלד מעשים קעגן די אייגענע אין משפחה.

וויאזוי איז דער דזשאדזש מחליט אויב צו שענקן א דיווארס?

דער דזשאדזש וועט איבערקוקן אלע דאקומענטן וואס דו האסט אויסגעפילט. אויב עס איז נישטא קיין פראבלעמען, וועט דער דזשאדזש חתמה׳נען א דאקומענט וואס הייסט דער דזשאדזשמענט אף דיווארס (Judgment of Divorce). דער דזשאדזשמענט אף דיווארס איז דער פסק פון דעם קאורט וואס דערקלערט אז דו ביסט יעצט גערעכנט אלץ דיווארס. דו וועסט באקומען א נאטיץ אין דער מייל ווען דיין דזשאדזשמענט איז גרייט. דער נאטיץ וועט האבן אינצטראקציעס וויאזוי דאס צו אויפפיקין.

צי דארף איך עפעס אנדרעש טוהן נאך דעם וואס איך באקום דער דזשאדזשמענט אף דיווארס?

דו מוזט איינגעבן דער דזשאדזשמענט אין דער אפיס פון דעם קאונטי קלערק. געוואנדן אויף דעם קאונטי, עס איז מעגליך אז דער סופרים קאורט וועט איינגעבן דער דזשאדזשמענט פאר דיר. פרעג אן דעם קלערק פאר מער אינפארמאציע. בשעתן איינגעבן דער דזשאדזשמענט, בעט פאר א סערטיפאייד קאפי (Certified copy). ווען דער דאקומענט איז סערטיפאייד, איז עס דאן באשטעטיגט מיט א שטעמפל אלץ אן אפיציעלער קאפי. האלט דעם קאפי אין א פארזיכערטע ארט. מעגליך אז דו וועסט עס דארפן האבן שפעטער טאמער דו וועסט דארפן צוריקגיין צום קאורט צו אדורכפירן אדער טוישן דעם ארדער. טאמער פארלירסטו דעם קאפי, מוזטו צוריקגיין צום סופרים קאורט צו באקומען אן אנדערע. געווענטליך קאסט עס א געוויסע סכום פאר יעדער סערטיפאייד קאפי.

צי פאראן לעגאלע סערוויסעס עוועילעבל?

אויב דיין קעיס האט צו טוהן מיט קאסטעדי אדער אן ארדער אף פראוטעקשין (order of protection), איז דאן מעגליך צו באקומען א באשטימעטן עטאירני פאר דיר אומזיסט. דער דזשאדזש מאכט דער דאזיקע החלטה. דו מוזט איינגעבן דיינע איצטיקע פינאנציאלע אינפארמאציע כדי אז דער דזשאדזש קען באשליסן אויב דו ביסט ראוי. אויב דו ביסט טאקע ראוי, דער עטאירני קען דיר העלפן נאר פאר געוויסע איינצעלהייטן. דו קענסט אויך נעמען דיין אייגענע עטאירני צו דיר רעפעזיטירן. מעגליך אז פאראן לאקאלע רעסארסען און איידזשענסיס וואס קענען דיר העלפן. פארבינד זיך מיט דיין לאקאלע סופרים קאורט פאר מער פרטים. עס איז אויך פאראן א רשימה פון רעסאראסן צום סוף פון דעם בראשור פון Family Legal Care ״דער גט פראצעס״ (Jewish Divorce Basics), וועלכע קענען אפשר זיין צום הילף. געדענק, זאלסט זיך באמיען צו געפינען לעגאלע הילף וואס פריער. טייל איידזשענסיס וועלן אפשר נישט אנעמען דיין קעיס טאמער דו ביסט שוין אין קאורט פאר א ווייל.

וואו קען איך גיין פאר מער אינפארמאציע?

באזוך דאס וועבזייטל פון ניו יארק סטעיט קאורטס פאר מער אינפארמאציע וועגן דעם פראצעס פון דיווארס. טייל סופרים קאורטס אפפערן אויך לעגאל קליניקס אומזיסט, כדי צו העלפן מענטשן אויספילן די אנקאנטעסטעד דיווארס דאקומענטן. פארבינד זיך מיט דיין לאקאלע סופרים קאורט צו אויסגעפינען אויב זיי אפפערן א קליניק

דער דאזיקער דאקומענט זאל נישט זיין אנשטאט דאס ראטן זיך מיט אן עטאירני. Family Legal Care איז מעודד סיי ווער וואס גייט דורך א גט צו זיך ראטן מיט אן עטאירני.

עגאלע( Family Legal Care) © אינפארמאציע פאר פעמיליס היינט. דאס לעצטע מאל וואס עס איז דערהיינטיקט געווארן אין 2020 ,August .דו קענסט מאכן א פאטאקאפי אדער אויסטיילן די דאזיקער בראשור; אבער, דו טארסט נישט באארבעטן אדער מאכן ענדערונגן מיט איר תוכן אדער אראפנעמען דעם לאגא.

Get updates from Family Legal Care